"די בלאָנדזשענדע מוזע" איז אַ פֿאַרשײדנאַרטיקער מעדיאַ־פּראָיעקט װאָס פֿאָרשט אױס די פֿולע גאַמ ע מוזיקאַלישע אױסדרוקן פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט. עס איז אַ נסיעה אין װעלכער מע אַנטדעקט אַ װאַנדערנדיקע נשמה אין דער אומבאַגרענעצטער װעלט צװישן האַרמאָניעס, טאַנץ און געזאַנג. עס איז אַ פֿייַערונג לכּבֿוד דער כּסדר בייַטנדיקער מוזיק פֿון דער ייִדישער גלות.

װי אַ שמועס צװישן מסורה און מאָדערנקײט, באַזוכט די בלאָנדזשענדע מוזע די לעצטע געבליבענע שפּור ן פֿון מוזיקאַלישע ייִדישע קהילות װי למשל אין אַפֿגאַניסטאַן און אוזבעקיסטאַן, און באַטײליקט זיך אינע ם הייַנטיקן אױפֿבלי פֿון דער נייַער ייִדישער מוזיק אין דער גלות

דער פֿילם

די בלאָנדזשענדע מוזע" איז אַ דאָקומענטאַר־פֿילם װאָס פֿייַערט די פֿילשיכטיקע קלאַנגען און ריטמען װאָ ס מע דריקט אױס אין ייִדישע קהילות איבער דער גאָרער װעלט

דורך מעשׂיות, מעלאָדיעס און לידער פֿאָלגט דער פֿילם נאָך דער װעג פֿון הײליקײט ביז װעלטלעכקײט . קוקנדיק טיף אַרייַן אין די מקורים פֿון װעלכע די ייִדישע מוזיק איז געקומען, שטעלט די בלאָנדזשענדע מוזע פֿאָר עטלעכע פֿון די סאַמע באַליבטע, השפּעהדיקע און װירטואָזע פֿיגורן אין דער הייַנטיקער ייִדישער מוזיק

אױף דער אינטערנעץ

כּדי צו באַשאַפֿן און אינספּירירן אַ נייַער דור מוזיקער און צוהערער, קלייַבן מיר צונױף די געשיכטעס או ן מעלאָדיעס פֿון ייִדישע מוזיקער פֿון דער גאַנצער װעלט אין אַן אױדיִאָ־װיזועלע ביבליאָטעק